Friday, September 4, 2009

וואס וויל ער?


מ. שפירא

די לעצטע עטליכע חדשים ווערן מיר כסדר אינפארמירט איבער פרישע אנטוויקלונגען אין מערכות וועלכע קומען פאר אין ירושלים. וואס א טאג ס'גייט פארביי ווערן די פראטעסטן און דעמאנסטראציעס וואס אמאל שטורמישער און ווילדער. די יונגעלייט שלאגן די פאליציאנטן און שרייען אויף זיי "נאציס."

קאלומניסטן אין דער ישראלישער פרעסע רייבן זיך די אויגן מיט וואונדער איבער וואס עס גייט פאר ביים יהדות החרדית. וועטעראנען-שרייבער וועלכע האלטן שוין מיט די חרדי'שן קאמף מיט דער מדינה פאר צענדליגער יארן רייבן זיך די אויגן און פארשטייען נישט וואס עס איז געשען אין יאר תשס"ט וואס איז נאך נישט געשען זינט די מדינה איז אויפגעשטעלט געווארן.

אין דער צייט וואס אין געוויסע מערכות געפינען חרדים סימפאטיע אויך ביי א סך פרייע (צום ביישפיל ביי דער געשיכטע פון דער "אם המרעיבה" האבן עטליכע סעקולערע קאלומניסטן געהאלטן אז די חרדים האבן א שטארקן צד – כאטש זיי האבן, פארשטייט זיך, נישט געגעבן רעכט פאר די וואנזיניגע היזקות און געמיינע אויפפירונג), אבער יעצט ביי דער אזוי-גערופענער "מערכה" איבער דעם "קרתא" פארקינג ארט איז די עדה החרדית ממש געבליבן איזאלירט. נישט נאר מען פארשטייט איר נישט אין דער וועלט, נאר אפילו ביי חרדישע אידן וועלכע זענען נישט אנגעשלאסן אין דער "עדה החרדית" גרופע, ווערן די צעיושעטע שבת-דעמאנסטראציע באטראכט מיט אפשיי.

אין דער זעלבער צייט וואס די קארפן-קעפ פון עדה-החרדית בראש פון זייער רב, הרב יצחק טובי' ווייס, זענען געזעסן טעג און נעכט און ווייטער פלאנירט וויאזוי אויפצורעגן די "פארשאלטענע ציונים," זענען אין אמעריקע געזעסן אחים לדעה פון דעם ירושלימ'ער מנהיג, די גרויסע "מוחות" פון די צוויי צעשלאגענע פראקציעס פון דער אמאליגער סאטמארער קהילה, און האבן פלאנירט וויאזוי דאס מערסטע צו שעדיגן דעם אנזען פון דער קעגנערישער פראקציע דורך נוצן דעם קערפער פון אן 41-יעריגן פלוצלימער בר-מנן אלס אויפרייס מאטעריאל.

אפילו אויב מיר זאלן צוטיילן רעכט פאר דער אויפפירונג פון איין פראקציע איבער דער אנדערער אין דעם ספעציפישן פאל, וועט דער בארעכטיגונג בלויז זיין באזירט נעמענדיג אין באטראכט פריערדיגע מעשי רשע וועלכע זענען זענען פארארבעט געווארן פון איין זייט קעגן דער צווייטער אין לויף פון די לעצטיגע יארן – 10 יאר פון רשעות אויף א פארנעם וואס מען האט זעלטן געזען אין די לעצטע 100 יאר.

דער קאמף אינערהאלב א פארטיי וואס איז ממש דער רוקנביין פון הרב יצחק טובי' ווייס און זיין ארגאניזאציע "עדה החרדית" האט אין לויף פון די יארן אנגענומען פארשידענע גרויליגע כאראקטערן; פון עקלהאפטיגע געשלעגן אין דער עפנטליכקייט, ביז נוצן דעם "עת לעשות לה' הפרו תורתיך" צו פארוואנדלען די תורה אין א ברוטאלן שטעקן קעגן אמאליגע אפיליאירטע; פון פארארבעטן מעשים נישט צו ברענגען די חילוקי דעות צו א בי"ד, ביז'ן עוקר זיין דעם "מילתא דעבודא לגלויה לא משקרי אינשי."

דער שעדליכער אנטאגאניזם איז יעצט שטארק דעמאנסטרירט געווארן ווען א יונגערמאנ'ס טויטן קערפער איז געווארן א שפילצייג צווישן די הענט פון רשעות'דיגע חברה קדישא און א קאלטבלוטיגער טאטע.

מיר אלע שטייען און קוקן זיך צו ווי הרב ווייס אינוועסטירט אבנארמאלע כוחות און ענערגיע כדי לוחם צו זיין קעגן א "פארקינג לאט" אין ירושלים. ער שיקט צעהיצטע יונגעלייט וועלכע טיילן פאר די פאליציי מכות באגלייט מיט צעלאזטע געשרייען, "נאצים!"

יונגעלייט ווערן ארעסטירט, צעביילט פון די קלעפ וואס די פאליציאנט דערלאנגען אויף צוריק, צענדליגער טויזנטער מענטשן ארום דעם געגנט ווערן געשטערט פון שלאף דורך דעם צעיושעטן המון, ווערן דערשטיקט פון דעם רויך פון די מיסט-קאסטנס, ווערן אריינגעלייגט אין ערנסטע סכנות צוליב אויסגעשאסענע טראפיק-לאמפן - והוא באחד! דער זעלבער הרב ווייס וואס האט נאך אין זיין קאריערע נישט דערלאנג פאר'ן יהדות החרדית קיין שום קאנסטרוקטיווער אויפטו, וועלכער האט נאך נישט ארויסגעזאגט א פסק להלכה אין סיי וועלכן פראבלעם, ער האט זיך זעלבסט יעצט אנגעגארטלט מיט זאפאסן פון ענערגיע, און כלל ישראל איז געוואויר געווארן אז ער פארמאגט כשרונות, ער האט כוחות. ער קען אנפירן צעלאזטע מחאות, ער קען אנרייצן מאסן בחורים און יונגעלייט אויסצונוצן די טעג און וואכן מיט'ן זיך שלאגן מיט דער פאליציי. פלוצלונג איז מען געוואויר געווארן אז ער קען!

און אויב איר קענט טאקע יא, ווערט דאך שווער צענדליגער פראגעס וועלכע מיר האבן נישט געפרעגט ביז היינט אלס חשש אז איר זענט א שוואכלינג. צי קומען צו אייך אויך אן די שרעקליכע ידיעות איבער וויאזוי דער חרדי'שער יוגנט וואקסט אונטער? צי ווייסט איר אויך די נייעס אז אייער "נשיא" האט איבערגעלאזט צוויי קינדער וועלכע – מיט די הילף פון קהילה לייט און אייגענע "תורה-אויטאריטעטן" – זייען אן א שרעקליכן הירס שוין די לעצטע 10 יאר? צי ווייסט איר אז עס איז אויפגעוואקסן א דור פון יונגעלייט וואס זינט זיי זענען געקומען לכלל דעת זענען זיי נאר פארנומען מיט'ן קייען די ליצנות און הבלים פון די צוויי שמוציגע בלעטער וועלכע זענען כמעט די איינציגסטע אין אמעריקע וואס באטיטלען אייך "גאב"ד ירושלים"?

צי זענט איר באקאנט מיט דעם מצב הפרנסה אין אייער אייגענעם "בעק יארד"? צי האט איר אויך געלייענט די לופלעטן וואס מען האט די וואך אויסגעשפרייט דא אין ניו יארק אז אין בית שמש איז דא א ריזיגער פראצענט חרדי'שע אידן וואס הונגערן ממש במלוא מובן המילה?

עס איז צייט אז איר זאלט זיך אפלאזן פון די אלע מעשים, פון פרובירן זיך משתלט זיין אויף פרעמדע בעת'ן זיך גענצליך בלינד מאכן איבער וואס עס טוט זיך ביי אייך און ביי אייערע אפיליאירטע.

צי קלערט איר נישט אז אויב וואלט איר אריינגעלייגט האלב אזויפיל ענערגיע וויפיל איר לייגט אריין אין דער יעצטיגער "מערכה" כדי אפצושטעלן דער גרויליגן מחלוקת אין סאטמאר וואלט מען שוין ערגעץ אנגעקומען?

עס וואלט אייך געקאסט האלב אזויפיל כוחות צו כאפן א נסיעה'לע קיין ניו יארק און מאכן עטליכע באזוכן ביי די צוויי עומדים בראש, אויסהערן זייערע צדדים, און דערנאך זיי מחייב זיין זיך צו שטעלן ביי א נארמאלן דין תורה?

דאס ווייטאג שרייט עד לב השמים. דער צער איז גרויס. פאנגט אן צו קוקן אויף וואס איז באמת וויכטיג און לאזט זיך אפ פון צווייט-ראנגיקע אדער דריט-ראנגיקע פראבלעמען.

6 comments:

  1. איך בין שטארק מחולק מיט אייך.
    הגרי"ט ווייס שליט"א, גאב"ד ירושלים, איך גענוג א באזעסענער רב (נאך פון דעם אמאליגן אייראפעאישן סארט) אז מען זאל אים קענען טראסטן מיט זיינע באשלוסן.

    ReplyDelete
  2. איז דאס געשריבן געווארן דורך מיילעך שטערן?
    ממש זיין שפראך!
    האט ער געטוישט זיינע מיינונגען?

    ReplyDelete
  3. א וויליאמסבורגערSeptember 6, 2009 at 12:10 PM

    א מייסטערווערק!
    כ'ווארט שוין לאנג אז איינער זאל שוין אויף יודיש ארויסזאגן דאס וואס דריקט אויף אינזערע הערצער.
    די היימישע צייטאנגען זענען קאנטראלירט דארעך די מענטשן פון דעם "עדה" און עס איז נישט מעגליך צו זאגען א ווארט אנדערש ווי זיי.
    הלוואי פאנגט זיך יעצט אן א נייע תקופה אויפן אינטערנעט וואס מען זאל קענען שרייבן און ליינען אנדערע דיעות.
    א גרויסען ישר כח!

    ReplyDelete
  4. הפלא ופלא!
    ירבו כמותך בישראל.

    ReplyDelete
  5. It is a shame that Chasidic Jews have the chutzpah to write in such a manner against their own rabei'im.

    ReplyDelete
  6. זע דא די לענגערע דיסקוסיע:
    http://www.yiddishworld.com/forum/index.php?f=6&t=8884&rb_v=viewtopic

    ReplyDelete